EN
אידיש

וויאזוי דער לוח ווערט גערעכנט

יעדע שורה וואס איר זעט אין די טעג פונעם לוח ווערט אויסגערעכנט לויט די זעלבע כללים ווי אין די היימישע געדרוקטע לוחות. דא ווערט ערקלערט יעדער חשבון באזונדער.

די דאטומס און די ימים טובים

די אידישע דאטומס, די ימים טובים, די תעניתים, ראש חודש און די סדרה פון די וואך קומען פון אונזער לוח דעיטאבעיס.

דער קאליר פון א טאג ווייזט וואס פאר א טאג עס איז - א יום טוב, א קלענערער יום טוב, א תענית, אדער א געווענליכער טאג.

דער מולד

דער מולד ווערט גערעכנט מיטן אלטן חשבון פון חלקים: א חודש הלבנה געדויערט כ"ט טעג, י"ב שעות און תשצ"ג חלקים. א שעה האט תתר"פ חלקים, קומט אויס אז א מינוט האט 18 חלקים.

שבת מברכים ווערט דער מולד געוויזן ביי דער לבנה 🌙 - האלט די מאוס אויפן סימן און די גאנצע מולד שורה קומט ארויף. די שעה ווערט געוויזן לויטן זומער זייגער ווען מען האלט ביים זומער זייגער, אזוי ווי אין די געדרוקטע לוחות.

שעות ביינאכט ווערן אנגעזאגט אויפן טאג פאר די נאכט - א מולד 1:54 נאך האלבע נאכט מיטוואך ביינאכט הייסט "דינסטאג ביינאכט".

שבת מברכים

דער שבת וואס פאלט אויס פון כ"ג ביז כ"ט אין חודש איז שבת מברכים - דער שבת פאר די וואך וואס ראש חודש קומט אויס, אבער קיינמאל נישט ווען ראש חודש איז אליין שבת.

חודש תשרי בענטשט מען נישט, דערפאר האט דער לעצטער שבת פון אלול נישט קיין מברכים שורה.

ספירת העומר

אין די טעג פון ספירה ווייזט יעדער טאג די ציילונג מיט אותיות - "לג לעומר".

די באזונדערע שבתים

שבת שירה, שבת חזון און שבת נחמו גייען לויט די סדרה - בשלח, דברים און ואתחנן.

שבת שובה איז דער שבת צווישן ראש השנה און יום כיפור; שבת הגדול - דער שבת פאר פסח.

די פיר פרשיות: שקלים - דער שבת פאר (אדער פון) ראש חודש אדר, אין א עיבור יאר אדר ב'; זכור - דער שבת פאר פורים; החודש - דער שבת פאר (אדער פון) ראש חודש ניסן; פרה - דער שבת פאר פרשת החודש.

פרקי אבות

פונעם שבת נאך פסח ביז ראש השנה זאגט מען יעדן שבת א פרק פון פרקי אבות. ביז שבועות זאגט מען די זעקס פרקים איינציגווייז - עס זענען פונקט דא זעקס שבתים.

נאך שבועות הייבט מען ווידער אן פון פרק א', און צום סוף זומער זאגט מען צוויי פרקים א שבת, כדי פרק ו' זאל אויסקומען דעם שבת פאר ראש השנה. שבועות אליין זאגט מען נישט.

בה"ב

נאך פסח און נאך סוכות פאסט מען די תעניתים בה"ב - מאנטאג, דאנערשטאג און נאכאמאל מאנטאג. דער ערשטער שבת נאך ראש חודש אייר (אדער חשון) איז "מברכים בה"ב", און די דריי תעניתים קומען אין די וואכן דערנאך.

ווען ראש חודש פאלט אויס שבת, רוקט זיך די גאנצע סדר אפ א וואך שפעטער - אזוי ווי אין תשפ"ו, ווען מ'האט געבענטשט בה"ב ערשט ח' אייר.

יום כיפור קטן

ערב ראש חודש - דעם כ"ט אין חודש - איז יום כיפור קטן. פאלט עס אויס פרייטאג אדער שבת, האלט מען עס דעם דאנערשטאג פריער.

מ'האלט נישט יום כיפור קטן ערב ראש השנה, אין חודש ניסן, און אין כסלו ווען עס איז חנוכה.

קידוש לבנה

"ז' שלמים" - זיבן פולע מעת לעת נאכן מולד - איז ווען מ'קען אנהייבן זאגן קידוש לבנה לויט די וואס ווארטן זיבן טעג.

דער סוף זמן קידוש לבנה איז א האלבער חודש הלבנה נאכן מולד - י"ד טעג, י"ח שעות און כ"ב מינוט.

די צייטן ביי קידוש לבנה ווערן געוויזן לויטן ווינטער זייגער דורכאויס דעם גאנצן יאר, אזוי ווי אין די געדרוקטע לוחות.

די תקופות

די פיר תקופות - תשרי, טבת, ניסן און תמוז - ווערן גערעכנט לויט תקופת שמואל: א יאר פון שס"ה טעג און זעקס שעות, קומט אויס אז יעדע תקופה איז פונקט 91 טעג און זיבן און א האלב שעות נאך די פריערדיגע.

דער זייגער ביי די תקופות ווערט נישט געטוישט פארן זומער זייגער.

משיב הרוח, טל ומטר, ותן ברכה

משיב הרוח ומוריד הגשם הייבט מען אן ביי מוסף שמיני עצרת.

ותן טל ומטר הייבט מען אן ביינאכט פונעם זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי - געווענליך דעם 4טן דעצעמבער ביינאכט, און פאר א ליפ יאר (ווען פעברואר האט 29 טעג) דעם 5טן.

ותן ברכה הייבט מען אן ביי דער ערשטער וואכעדיגער מעריב פון חול המועד פסח - די נאכט נאך ט"ז ניסן; קומט די נאכט אויס מוצאי שבת, שטייט די שורה אויפן שבת.

יזכור

יזכור זאגט מען פיר מאל א יאר: יום כיפור, שמיני עצרת, אחרון של פסח און דעם צווייטן טאג שבועות.

דעם זייגער טוישן

דעם שבת פארן טוישן דעם זייגער שטייט א דערמאנונג - מען שטעלט דעם זייגער פאראויס דעם צווייטן זונטאג אין מערץ, און צוריק דעם ערשטן זונטאג אין נאוועמבער.

לעגאלע האלידעיס

די אמעריקאנער לעגאלע האלידעיס שטייען אין די טעג אויף ענגליש, אריינגערעכנט דעם "day off" ווען א האלידעי פאלט אויס שבת אדער זונטאג. דער 25טער דעצעמבער שטייט ווי "Banks Closed".

יארצייטן פון צדיקים

די אנגעצייכנטע וויכטיגע יארצייטן פון אונזער יארצייטן ליסטע ווייזן זיך אין די טעג פונעם לוח; די גאנצע ליסטע געפינט זיך אויפן יארצייטן בלאט.

א יארצייט אין אדר האלט מען אין א עיבור יאר אין אדר ב', און ביידע אדרים פאלן צוזאם אינעם איינציגן אדר פון א פשוט'ע יאר.

ערב פסח, עירוב תבשילין און ניטל

ערב פסח ווייזט דער לוח דעם סוף זמן אכילת חמץ (סוף פון די פערטע שעה) און ביעור חמץ (סוף פון די פינפטע שעה), גערעכנט לויט די שעות פונעם מגן אברהם - פון עלות ביז צאת - פאר די שטאט וואס איר האט אויסגעקליבן.

עירוב תבשילין שטייט ערב יום טוב ווען מען דארף קאכן יום טוב אויף שבת - ווען דער יום טוב פאלט אויס דאנערשטאג און פרייטאג אדער פרייטאג. אויך שטייט אנגעצייכנט ניטל נאכט דעם 6טן יאנואר.

הדלקת נרות און מוצאי שבת

פרייטאג שטייט הדלקת נרות (15 מינוט פאר שקיעה) און שבת צאת הכוכבים (72 מינוט נאך שקיעה).

וויאזוי יעדער זמן ווערט אויסגערעכנט - זעט דעם זמנים בלאט

די אלע חשבונות זענען איבערגעקוקט געווארן קעגן א היימישן געדרוקטן לוח פון יאר תשפ"ו. מנהגים זענען פארשידן - פאר הלכה למעשה פרעגט אייער רב.