EN
אידיש

תנאי השימוש

גילטיג פון 1 אקטאבער 2026

די תנאים באציען זיך צו jewishluach.com, צו calendar.jewishluach.com, צו דער אידישע לוח עפפ פאר ענדרויד, צום זמנים טעקסט נומער, און צו די דאטום אויסקלויבערס וואס ווערן גענוצט אויף אנדערע וועבסייטס. אלע ווערן געפירט דורך ציון סאאל, וואס פירט אידישע לוח; מען קען שרייבן צו info@jewishluach.com.

מיטן נוצן די וועבסייט, די עפפ אדער דעם טעקסט נומער, נעמט מען אן די דאזיגע תנאים. אויב איר ווילט זיי נישט אננעמען, ביטע נוצט די סערוויסעס נישט.

© אידישע לוח. כל הזכויות שמורות.

אייגנטום און קאפירייט

דער גאנצער אינהאלט פונעם אידישע לוח — אריינגערעכנט די לוחות, זמנים, מולדות, יארצייטן, טעקסטן, איבערזעצונגען, דיזיין, נאמען און לאגא, דאטום אויסקלויבערס און דער קאוד דערפון — געהערט צום אידישע לוח און איז באשיצט לויט די קאפירייט געזעצן.

דאס נוצן די וועבסייט גיט אייך נישט קיין שום רעכט דערין, אויסער וואס עס שטייט אויף די בלאט. יעדע רעכט וואס ווערט דא נישט קלאר געגעבן, בלייבט ביי אונז.

וואס מען מעג טון

  • נוצן די וועבסייט, די עפפ און דעם טעקסט נומער פאר זיך, פאר אייער פאמיליע, אייער שול אדער אייער מוסד.
  • אויסדרוקן דעם לוח, דעם לוח המולדות און די זמנים פאר אייער אייגענעם באנוץ אדער אויפצוהענגען אין א שול, אבי מען פארקויפט נישט די געדרוקטע בלעטער.
  • שיקן א לינק צו סיי וועלכע בלאט.
  • אריינלייגן אונזער דאטום אויסקלויבער אין אייער וועבסייט אזוי ווי די בלאט פונעם דאטום אויסקלויבער און זיין דאקומענטאציע שטעלן עס צו, מיטן לינק צו jewishluach.com געלאזט אויף זיין פלאץ.

וואס מען טאר נישט טון

די וועבסייט איז די פרוכט פון לאנגע יארן ארבעט. אן א רשות בכתב פון אונז טאר מען נישט:

  • נאכמאכן די וועבסייט אדער די עפפ, אדער מאכן א וועבסייט, עפפ אדער אנדער פראדוקט וואס מאכט זי נאך: אירע בלעטער, איר אויסשטעל און דיזיין, אירע טעקסטן אדער וואס זי טוט.
  • קאפירן, ווייטער ארויסגעבן אדער פארקויפן איר אינהאלט (דעם לוח, די זמנים, די טאבעלעס פון מולדות, די ליסטע פון יארצייטן, די ערקלערונגען) אויף אן אנדער וועבסייט, אין אן עפפ, אין דרוק אדער אויף סיי וועלכן אנדערן אופן.
  • אראפציען איר אינהאלט אין גרויסע מאסן מיט פראגראמען, סקריפטס אדער באטס, אדער פירן אייער אייגענע וועבסייט אדער עפפ אויף אונזער דאטא, אויסער דורכן דאטום אויסקלויבער אזוי ווי ער ווערט צוגעשטעלט.
  • ווייזן די וועבסייט אינעווייניג אין אן אנדער וועבסייט (אין א פריים), אדער פארשטעלן די וועבסייט, אדער א טייל דערפון, ווי אייערס.
  • אראפנעמען אדער באהאלטן דעם נאמען אידישע לוח, די קאפירייט נאטיץ אדער דעם לינק צוריק צו jewishluach.com פון עפעס וואס איר האט באקומען פון אונז.
  • נוצן אונזער נאמען, לאגא אדער אויסזען אויף אן אופן וואס לאזט פארשטיין אז אן אנדער וועבסייט, עפפ אדער פראדוקט איז אונזערס אדער קומט פון אונז.

ווען מען דארף בעטן רשות

ווילט איר נוצן עפעס פון די וועבסייט אויף אן אופן וואס שטייט נישט אויבן, למשל אין א לוח, א בוך אדער בראשור, אן עפפ אדער א וועבסייט, שרייבט אונז פריער. א רשות גילט נאר ווען עס איז געגעבן געווארן בכתב.

די גענויקייט פון די זמנים

מיר טוען אלעס כדי דער לוח, די זמנים און דער מולד זאלן זיין ריכטיג, אבער א טעות קען פאסירן, און אן אויסגערעכנטע צייט קען זיך אונטערשיידן פון דער אמת'ער צייט ביי אייך מיט א מינוט אדער מער. לאזט נישט איבער קיין זאך אויף דער לעצטער מינוט.

די וועבסייט איז נישט קיין פסק: פאר הלכה למעשה פרעגט אייער רב. אויב איר טרעפט א טעות, לאזט אונז וויסן כדי מען זאל עס קענען פאררעכטן.

אן אחריות

די וועבסייט, די עפפ, דער טעקסט נומער און די דאטום אויסקלויבערס ווערן געגעבן אומזיסט און אזוי ווי זיי זענען. מיר זאגן נישט צו אז זיי וועלן שטענדיג ארבעטן אדער זיין אן טעותים, און מיר זענען נישט אחראי אויף קיין שאדן וואס קומט פונעם נוצן זיי אדער זיך פארלאזן אויף זיי. מיר קענען ענדערן, אפשטעלן אדער אויפהערן סיי וועלכן טייל פון זיי ווען עס איז.

אויב מען האלט זיך נישט צו די תנאים

ווער עס האלט זיך נישט צו די תנאים, קענען מיר אפשטעלן פון דער וועבסייט, פונעם טעקסט נומער אדער פון אונזער סערווער, און מיר האלטן זיך די רעכט צו נעמען לעגאלע שריט קעגן נאכמאכן אדער מיסברויכן אונזער ארבעט.

פרייוועסי

וואס מיר האלטן וועגן אייך, און פארוואס, ווערט ערקלערט אין דער פרייוועסי פאליסי.

ענדערונגען

אויב די תנאים ענדערן זיך, וועט די נייע ווערסיע שטיין אויף די בלאט מיט א נייעם דאטום. ווער עס נוצט די וועבסייט נאך אן ענדערונג, נעמט אן די נייע ווערסיע.

פראגעס

פראגעס וועגן די תנאים, אדער צו בעטן רשות: שרייבט צו info@jewishluach.com אדער נוצט די פארבינדט אייך בלאט.